הננו אומר לבנות בית לשם ה' אלקי
א שמחה'דיגער שטראם פון הרחבת גבולי הקדושה נעמט ארום אנ"ש ברחבי תבל מיטן מעלדונג פון 'וועד הקמת הבית' ווען בס"ד דעם פארלאפענעם דינסטאג לסדר 'אל פתח אוהל מועד יקריב אותו' (ויקרא) האט מען בשעה טובה אנגעהויבן מיט די עבודת הקודש פון דער אויפבוי פון די זיבן פראכטפולע "דאוונען שטיבער" בתוככי הבנין החדש, און אט אט האלט מען שוין נענטער ווי ווייטער מיט די התקדמות מלאכת הבניה.
די מאסיווע קאנסטרוקציע וועט אריינעמען אין זיך דאס גאנצע ערשטע שטאק פון בית מדרשנו ותפארתנו, און נעמט אריין אין זיך די זיבן דאוונען שטיבער, גרויסע ברייטע קאווע ציבור, און נאך פולע געשמאקע איינריכטונגען לרחוות אנשי שלומינו, אין צוגאב צו די ריזן פראכטפולע מקוואות וואס איז שוין ב"ה נתחנך געווארן פארלאפענעם ערב ראש השנה העעל"ט מיט די הילף פון כלל אנשי שלומינו שיחי' שותפים נאמנים אין די הייליגע ארבעט.
די מאסיווע ארבעט וואס האט זיך נארוואס אנגעהויבן, וועט מיט סייעתא דשמיא ממשיך זיין דורכאויס די קומענדיגע חדשים, מיט א תפילה צום באשעפער אויף ווייטער: די הייליגע ארבעט זאל אנגיין אן קיין שטרויכלונגען, און בקרוב במהרה זאל מען שוין זעהן די גאנצע בנין גרייט על תילה, לשמחת לב די טויזנטער חסידים די בכל אתר ואתר, בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.
וכל קומ"ה לפניך תשתחוה!